פריינט פון ירושלימער אלמאנאך (FACEBOOK)
ארכיוו — די ערשטע 16 בענד אין פּי-די-עף פארמאט
וועגן דעם ירושלימער אַלמאַנאַך
דער אַלמאַנאַך איז אַ פרייע טריבונע פאַר היינטצייטיקער יידישער ליטעראַרישער שעפערישקייט, פּובליציסטיק, קריטיק, פאָרשונג און געדענקשאַפט.
די צייטשריפט איז געגרינדעט געוואָרן פון דעם באַקאַנטן יידישן דיכטער און רעדאַקטאָר יוסף קערלער (2000-1918) אין זיין דאַן נייער היימשטאָט ירושלים אין 1973 ווען עס איז דערשינען דער “אַלמאַנאַך – יידישע שרייבער פון ירושלים” – אַן אָרגאַן פון דעם ירושלמער אָפּטייל פונעם פאַראיין פון יידישע שרייבער און זשורנאַליסטן אין ישראל. שפּעטער זענען די ווייטערדיקע בענד דערשינען אַלס “ירושלימער אַלמאַנאַך – צייטשריפט פאַר ליטעראַטור און געזעלשאַפטלעכע פּראָבלעמען”. אין די בענד פונעם “ירושלימער אַלמאַנאַך” האָבן זיך אויך באַטייליקט פיל שרייבער, זשורנאַליסטן און קולטור־טוער פון אַנדערע שטעט אין ישראל און פון אויסלאַנד (אויסטראַליע, צפון און דרום אַמעריקע, דרום אַפריקע, מערב אייראָפּע).
צווישן די בולטסטע אָנטיילנעמער זענען געווען די יידישע שרייבער, זשורנאַליסטן און געלערנטע וואָס האָבן יענע יאָרן געלעבט אין ירושלים, ווי אויך אַ ריי דעמאָלט ניי־געקומענע שרייבער־עולים פון פּוילן און פונעם ראַטנפאַרבאַנד: לייב אָליצקי, הירש אָשעראָוויטש, רחל בוימוואָל, זלמן ברכות, זיאַמע טעלעסין, אַנאַ דרעסנער, יאָסל חריף, מאיר חרץ, חיים זעלצער, מאיר יעלין, חיים מאַלטינסקי, יודל מאַרק, קלמן סגל, דב סדן, דוד ספאַרד, לייב ראָכמאַן, העשל קלעפּפיש, יוסף קערמיש, אסתר ראָזענטאַל־שניידערמאַן, שלמה רויטמאַן, נחמן ראַפּפּ, יחיאל שיינטוך, חנא שמערוק, אפרים שעדלעצקי א. א. ווי אויך פיל יידישע שרייבער פון ישראל און אַנדערע לענדער: משה אייזנבוד, צבי אייזנמאַן, יוסף אָקרוטני, רבקה באַסמאַן, נחמן בליץ, יוסף גאָלדקאָרן, דוד וואָלפּע, עליע ווערבלון, מאיר זימל טקאַטש, משה יונגמאַן, אלישבע כהן צדק, מוסיע לאַנדאַו, אברהם ליס, גיטל מייזל, יענטע מאַש, אברהם סוצקעווער, יהודה עלבערג, יאָניע פיין, מרדכי צאַנין, ישראל קאַפּלאַן, לייב קורלאַנד, חנן קיעל, מנוחה ראַם, הדסה רובין, מ. מ. שאַפיר, משה שולשטיין, בנימין שלעווין און פיל, פיל אַנדערע.
יוסף קערלער האָט רעדאַגירט דעם אַלמאַנאַך כמעט ביזן לעצטן יאָר פון זיין לעבן. זיינע מיטרעדאַקטאָרן אין די פאַרשידענע תקופות זענען געווען: ד”ר דוד ספאַרד – פון 1974 ביז 1982, אפרים שעדלעצקי – פון 1982 ביז 1992, און דוב־בער קערלער אין די יאָרן 1998-1993.
זינט די 1970ער פלעגט דער אַלמאַנאַך דערשיינען געווייטלעך איין מאָל אַ יאָר, און צומאָל, ווען ס’איז נאָר געווען מעגלעך, אָפטער. די צייטשריפט האָט קיינמאָל ניט זוכה געווען צו קיין פולער, באַשטענדיקער און לאַנג־דויערנדיקער פינאַנציעלער שטיצע און סיי דער הויפּט־רעדאַקטאָר און זיינע מיטרעדאַקטאָרן, סיי די מחברים האָבן למעשה געטאָן זייער אַרבעט “לשם שמיים”. אבער טראָץ דעם אַלעם האָט דער אַלמאַנאַך פונדעסטוועגן דערגרייכט צו אַ גרויסער צאָל לייענער איבער דער גאָרער וועלט וואו עס האָט נאָר געצאַפּלט אַן עכט־לעבעדיקער אינטערעס אין יידישער ליטעראַטור, קולטור און שעפערישקייט. דער “ירושלימער אַלמאַנאַך” האָט אינגיכן דערוואָרבן זיך אַ בכבודיקע פּאָזיציע אין דער יידישער ליטעראַרישער וועלט סיי אין ישראל און סיי אין די תפוצות, און אין משך פון די יאָרן איז עס באַלוינט געוואָרן מיט אַ ריי פּרעמיעס אין ישראל און אין אויסלאַנד.
פון דעם סאַמע אָנהייב איז דער “ירושלימער אַלמאַנאַך” געווען אָפן פאַר נייע און יונגע כוחות, וואָס ווילן זיך אויספּרואוון אין תחום פון ערנסטער ליטעראַרישער שעפערישקייט, אָדער ווילן אַרויסברענגען זייערע פאָרשונגען און קריטישע אַרבעטן אויף יידיש. אין דער זעלביקער צייט שטרעבט דער “אַלמאַנאַך” אויפצוהאַלטן, אויף ווי ווייט מעגלעך, די בעסטע טראַדיציעס און די הויכע סטאַנדאַרטן פון דער מאָדערנער יידישער ליטעראַרישער פּעריאָדיק. און צו דערגרייכן אי צו נייע, אי צו אַלטע לייענער, מחברים און פאָרשער. י

